איינס פון ארום זיבן הונדרעט טויזנט מענטשן נעמען זיך דאס לעבן יערליך.
די קאנטראסט איז גאר שמאל נעמענדיג אין באטראכט די בלויז אכט ביליאן מענטשן וואס לעבן אצינד. יעדע זעלבסטמארד איז א ווייטאג, א שניט וואס בלוטיגט פאר צענדליגע יארן אין די טיפענישן פון הארץ פון נאנטע און משפחה. סיי מענטעלי און סיי פיזיש, אפילו גאנצעטע גרופעס, קהילות און שטעט קענען ווערן און זענען שוין אפעקטירט געווארן פון פארלירן מענטשן וואס זענען אוועק פון זייער אייגן ווילן.
ווען עס איז טונקל זעט מען נישט גארנישט, אבער דייקא ווען ס'איז דא ווייטאג דאן איז א מענטש די מערסטע וואלנערבעל - די מערסטע אפען. אבער זייענדיג אין אזא חשכות זעט מען גארנישט, מען איז בלינד, אפילו די טיפע 'זיך' און די אמת'ע ריינע ווילן זעט מען נישט.
דערפאר ווען עס איז טונקל מוזטו זיך ארום נעמען מיט נאנטע, נישט אנטלויפן פון זיי, דאס וואס דיינע געפילן זאגט דיר צו בלייבן אין בעט איז בלויז ווייל עס ווערט באקוועם אין מרה שחורה, עפעס וואס הארגעט אוועק די ענערדזשי און עווענטשעלי מאכט פארלירן דאס ווילן צו לעבן.
ווען עס געשעט א בלעק-אוט לויפן אלע קינדער צו די עלטערן זאלן זיי ארום נעמען און באשיצן. א קינד מאכט נישט קיין חשבונות, ער איז ריין און תמימות'דיג, זיי דו אויך. אז ס'טונקל באהאלט דיר נישט, קום ארויס פון באהעלטעניש, קוק אין שפיגל, זיך די אמת'ע 'זיך'!
פרעג דיך וואס וויל איך? ווי אלט בין איך? וואס האב איך אויפגעטוען ביז אהער? מיט וואס וויל איך ווערן באגראבן? וויאזוי ענדיג איך מיין טשעפטער? א מענטש מוז טראכטן פון דעם טאג וואס ער וועט ליגן אינעם קאסטן, קאלט, ארומגענומען מיט ווייסע בגדים. יזכור לו יום המיתה!
טראכט נישט 'טויט', טראכט וואס וועט זיין ווען ס'וועט זיין 'טויט'! וויאזוי וועל איך אויסקוקן און וויאזוי וויל איך דאן אויסקוקן!!
אוי אוי נא לנו כי חטאנו