איך געדענק אין די ערשטע יארן אין אמעריקע ווען אסאך היימישע אידן פלעגן יעדע וואך קומען פון איסט סייד צום רבי'ן (רביה"ק מסאטמאר זיע"א) צו שלש סעודות. פלעגן זיי קומען מיט א הוט, אפילו אזעלכע וואס פלעגן גיין אינדערהיים מיט א שטריימל. איינמאל, נאכדעם וואס דער רבי האט כמנהגו בקודש מאריך געווען מיט די דברות קודש, וואס האט זיך פארצויגן בדרך כלל מער ווי איינס און א האלב שעה, האט דער רבי גערעדט צו די אידן און ער האט זיי געפרעגט, פארוואס טוט איר נישט אן קיין שטריימלעך? האבן זיי געענטפערט אז אזויווי זיי קומען און גייען אהיים קיין איסט-סייד מיט'ן בריק און מיט די טראַלי, איז דא א חילול השם פון די גוים אנצוטוען א שטריימל, האט זיי דער רבי געענטפערט: "איך האב דורכגעלערנט הלכות חילול השם, און איך האב נישט געטראפן אז ווען איינער גייט אנגעטון מיט א שטריימל אויפן גאס, איז דא דערין א חילול השם"... -נאמען געהיטן אין די מערכת. (כ'געדענק פשוט נישט פון וועם ס'קומט...)
איך געדענק אין די ערשטע יארן אין אמעריקע ווען אסאך היימישע אידן פלעגן… — הערשקא מידיע — TG.ME
July 19, 2026 630 1