דער גאב"ד ירושלים הגה"צ רבי משה ארי' פריינד ז"ל האט ביי א געלעגנהייט… — הערשקא מידיע — TG.ME

דער גאב"ד ירושלים הגה"צ רבי משה ארי' פריינד ז"ל האט ביי א געלעגנהייט דעמאנט דעם זוהר ווי עס שטייט אז די עלטערן קומען אראפ פון גן עדן צו די שמחות פון די אייניקליך. האט א איד געפרעגט דעם ירושלימער רב ווען רבינו הקהו"ט מסאטמאר זי"ע קומט אראפ - וואס ווי באקאנט האט דער רבי זי"ע נישט איבערגעלאזט קיין דורות נאך וואס אלע דריי טעכטער זענען אוועק גאר יונג.
האט דער ירושלימער רב געטייטשט אז תלמידים קרויים בנים, דאס אז תלמידים וחסידים פונעם רבין קומען זיך צוזאם און מען חזר'ט די תורות פון רבינו הקדוש זי"ע דאס מיינט דאך צדיקים אפילו במיתתן קרויין חיים, דאן קומט דער רבי אראפ און פרייט זיך אינאיינעם מיט אונז!
🔥12❤4💡4⚡️44💯2🎧1
December 11, 2025 952 3