דער טאג וואס מען הייבט אן ריכטיג צו פארשטיין די ווערד פון ווערטער… — הערשקא מידיע — TG.ME

דער טאג וואס מען הייבט אן ריכטיג צו פארשטיין די ווערד פון ווערטער, הערשט דאן הערט מען אויף צו קייען אומנויטיגע רייד. דו כאפסט שוין אז נישט אלעס דארף געזאגט ווערן, נישט יעדע מעשה'לע דארף ווערן א דראמא און א נישטיגע נארישקייט פארדינט נישט דיין רעאקציע אדער אפ-ענטפער.

פרוביר אלץ צו זיין פונקטליך אין צייט. זאל זיך די וועלט איבערקערן, זאל עס קאסטן אביסל געלט און שווייס - אבער דו מוזט אנקומען און אנקומען אין צייט. נישט ווען איינער ווארט פאר דיר באקומסטו ריספעקט, נאר פארקערט - דיין צייט איז טייער און א זייגער מיינט עס קלאפט אויף די סקונדע. א מיטינג, דאווענען, רעסטוראן א.ד.ג. איז ראטזאם צו זיין דארט מינעמום דריי מינוט בעפאר די אפגעשמועסטע זמן. ווען דו נעמסט אָן אַן איינליידענונג (ד.מ. ווען איינער לאדענט דיר צו קומען צו א שמחה אדער גאר ביי אים אין שטוב) ערשיין ערגעץ אין די פינעף מינוט נאך די אפיציעלע אפגעמאכטע צייט, אבער פארשפעטיג עס נישט מיט קיין סקונדע.

לאז איבער א צומער שענער ווי דו האסט עס געפונען. ווען דו פארלאזט דיין שלאף שטוב, טוילעט אדער טיש אין ביהמ"ד, מאך זיכער עס צו איבערלאזן נאכמער ריין ווי בעפאר, מאך עס א געוואוינהייט.

כ'שרייב צו מיר אליין און אפשר קען עס העלפן א צווייטן. דער עיקר; זיי א גוטע מענטש, זיי א גוטער, א גוטע נאכט צדיקל...
🔥13❤7💯4💡3💛3⚡️2
February 11, 2026 1.1K 3