באקאנטער מגי"ש אלעזר ניסן רובין איבער די פארגרעבטע איידיע אז חיצוניות… — הערשקא מידיע — TG.ME

באקאנטער מגי"ש אלעזר ניסן רובין איבער די פארגרעבטע איידיע אז חיצוניות איז גארנישט.


דער הייליגער נועם אלימלך, דער רבי פון רבי'ס האט אוועקגעשטעלט דעם חסידישן לבוש, יא! חסידים פארמאגן א 'לבוש', א געוויסע דרעס-קאוד וואס דאס איז א חלק פון חסידות, יעדע פראקציע מיט איר גענויע קליידונג.
פארשטייט זיך אז מ'קען טיף אריינטריפן פארוואס מיר טראגן זיידענע בעקיטשעס און זילבערנע עטרות און פארוואס זעקס און דרייסיג העקעלעך אויפן סטראקעס און פארוואס דער רעכטע זייט איז קורצער ועוד ועוד. אבער פשוט פשט איז אז א לבוש שטעלט אהער דעם מענטש. סיי אויסערליך; אה ער טראגט א סאטמארע עטרה, א סקווירא גארטל, אבער אויך אינעווייניג; עס טוישט דעם מענטש.

שלא שינו את לבושם, לשונם ושמם. דארף מען אויך פארשטיין.
דער ספרדישער אפשטאמיגער הייסט נישט לייב שרה'ס און דער דייטשער רב הייסט נישט באבא צמח. נאר אז זיי האבן גערעדט אנדערש פונעם גוי, אן אנדערע דיאלאג, אן אנדערע לעקסיקאן - פארשטייט זיך אויסער די אפיציעלער 'אידישער' שפראך וואס אידן האבן אלץ גערעדט אין גלות (לאו דווקא דער שפראך יידיש, נאר א ספעציעלער דעזיגנירטער שפראך פאר אידן). ווי רביה"ק מסאטמאר זי"ע איז מסביר בעריכות אז מען האט אלץ געהאט אן אנדערע שפראך און 'לשון הקודש' איז נאר באנוצט געווארן צום לערנען און עבודת השם. דער תימן'ער רב גייט אנגעטאן ענליך צו מאראקאנער שעיך, נאר די סארט קליידונג איז אנדערש, מער בצניעות. תלמידי רבינו החתם סופר גייען דאך נישט אזוי אנגעטאן...
🔥14💯5⚡️4💡3💛3❤2👍1🤪1🎧1
January 15, 2026 1.2K 5