דערנאך האט העסקן הדגול ר' יודא לייב זארגער הי"ו - עירמאנט ווילידש טראסטי אויפגעטרעטן מיט עדות'שאפט איבער די געוואלדיגע אומרעכטן וועלכע ווערן באגאנגען ביים אנקלאגן חרדי'שע אידן, ווען די פראקורארן פארלייגן זיך אויף מינדערוויכטיגע פארלעצונגען און פארלאנגען גאר שטרענגע טורמע טערמינען וויסנדיג אז א חרדי'שע איד האט נישט קיין שאנסן צו ריינגעוואשן ווערן ביי א געריכט פראצעס צוליב די נאכאנאנדע העסליכע דעקונג קעגן זיי, און די פראקורארן נוצן אויס די פאקט צו פארלאנגען גאר איבערגעטריבענע שטראפן.
צום שלוס פונעם זיצונג איז ערשינען דער הויכגעשעצטער וויצע פרעזידענט פון די פאראייגטע שטאטן דזשעי די ווענס יר"ה, וועלכע האט זיך באגריסט מיט רבינו שליט''א און די אנדערע אדמורי''ם שליט''א און עסקנים, און ארויסגעברענגט די נאנטע באציאונגען צווישן די אדמיניסטראציע און די אידישע געמיינדע אינעם לאנד, און איבער די אפענע טירן וואס די אידן האבן אין ווייסן הויז פאר אלע אידישע געברויכן,
עס זענען אויפגעברענגט געווארן עטליכע ענינים העומדים על הפרק, און אויסגעשמועסט געווארן וויאזוי די אדמיניסטראציע קען זיין בייהילפיג דערמיט, און דערמיט האט זיך די זיצונג געשלאסן.
נאכן זיצונג האבן די ווייסע הויז איינגעשטעלטע פארלאזט דעם צימער, און רבינו שליט"א האט זיך באגריסט און אנגעוואונטשן פאר כ"ק האדמורי"ם שליט''א א ברכת כתיבה וחתימה טובה און פארפירט שיינע שמועסן בדברי תורה וחסידות.
דערביי האט הגאון ר' מלכיאל קאטלער שליט"א - ראש ישיבת בית המדרש גבוה פון לעיקוואד, האט ארויסגענומען א ספעציעלער בריוו צום פרעזידענט וועלכע איז אפגעשריבן געווארן דורך די עסקנים פון די בארימטע מרכז עזרה ויעוץ שע"י העדה החרדית וועלכע שטייט אויפן פראנט צו באקעמפן די ביטערע גזירת הגיוס אין ארה"ק, און געבעטן מרן רבינו שליט"א זאל אונטערשרייבן דעם בריוו, און דערנאך האבן אלע אנדערע רבנים אויך אונטערגעשריבן, און דער ראש ישיבה שליט"א האט דאס גענומען מיט זיך איבער צו געבן פארן פרעזידענט ביים באגעגעניש.
"לפני מלכים יתיצב"
דערנאך איז מרן רבינו שליט"א אריין אינעם פרעזידענטליכער אוועל אפיס, ווי דער רבי האט געהאט א קורצע פריוואטע זיצונג דירעקט מיטן מאכטפולער אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ יר"ה, אין באגלייטונג פון הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו, וואס האט זיך פארצויגן פאר קרוב צו א פערטל שעה.
ביים אריין קומען האט דער פרעזידענט יר"ה באגריסט מרן רבינו שליט"א,
צום ערשט האט דער רבי באגריסט דעם פרעזידענט מיט די ריכטיגע כבודו של מלכות, און געוואונטשן דעם פרעזידענט אסאך הצלחה,
דערנאך האט רבינו שליט"א אויסגעשמועסט מיטן פרעזידענט עטליכע דברים העומדים על הפרק, און געבעטן דעם פרעזידענט זאל ארויסהעלפן אין די ענינים.
נאך די פריוואטע זיצונג האט מען אריין גערופן די איבריגע געלאדנטע רבנים ועסקנים צום אפיציעלן פרעזידענטליכע אויפנאמע,
צום ערשט האט רבינו שליט"א פארגעזאגט דעם תפילה לכבוד המלכות 'הנותן תשועה למלכים' און געבעטן הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו עס איבער צו טייטשן פארן פרעזידענט אויף ענגליש,
דערנאך האט רבינו שליט"א געעפנט דעם זיצונג און שטארק באדאנקט דעם פרעזידענט פאר זיין געוואלדיגע הילף פאר די אידישע געמיינדע אין זיינע ביידע פרעזידענטליכע טערמינען בעבר ובהוה,
דערנאך האט הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א, בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א זיך שטארק אנטשולדיגט פארן פרעזידענט אויפן אפוועזנהייט פון זיין פאטער שליט"א, און איבערגעגעבן א ספעציעלער בריוו בשליחות אביו הגדול.
די אויפנאמע האט פארגעזעצט, און רבינו שליט"א האט אויפגעברענגט נאך פארשידענע ענינים העומדים על הפרק אינאיינעם מיט די אנדערע רבנים, ווי אויך האט גערעדט דער קאנגרעסמאן פון די מאנסי אומגעגנט מייק לאולער,
דער פרעזידענט יר"ה איז זייער איבערגענומען געווארן פונעם באזוך, און האט אלץ א צייכן פון שעצונג געגעבן פאר די אנוועזנדע רבנים א ספעציעלער פרעזידענטליכע מטבע,
צום שלוס פונעם אויפנאמע האט הגאון ר' מלכיאל קאטלער שליט"א איבערגעגעבן פארן פרעזידענט דעם גע'חתמ'עטער בריוו דורך אלע אדמורי''ם שליט''א בנוגע די ביטערע מצב הגיוס אין ארה"ק.
נאך א לענגערע צייט פון קרוב צו א האלבע שעה האט מען זיך פריינטליך אפגעזעגענט פונעם פרעזידענט און זיך באדאנקט פאר די שיינע אויפנאמע.
דערנאך האט מרן רבינו שליט"א פארלאזט דעם ווייסן הויז אויפן וועג צוריק צום ראנאלד רעיגען אינטערנאציאנאלע לופטפעלד פון ווי דער רבי'ס פליגער האט זיך געהויבן ארום 5:05 און געלאנדעט אין סטוארט לופטפעלד ארום 5:55.
פון דארט איז דער רבי צוריק געפארן אהיים קיין ק"י און תיכף צוגעפארן צו ביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. אויפצונעמען אנשי שלומינו לקראת די בעפארשטייענדע ימי הרחמים והרצון.
"דורש טוב לעמו ודובר שלום לכל זרעו"